כ”א אב – יאהרצייט פון די הייליגע בעלזער רב ז”ל

א פלאם פון האפענונג און קדושה פאר גאנץ כלל ישראל

.דיין נאמען. דיין משפחה. דיין קוויטל

הונדערטער טויזענטער אידען גייען ארויף צום ציון אויף הר המנוחות יעדע יאהר אויף די יאהרצייט פונעם הייליגן בעלזער רב ז”ל. די ציון המצויינת איז די מערסטע נפקד לדבר ישועה אין ארץ ישראל נאך ר’ שמעון אין מירון. עס איז א פלא, אז די יאהרצייטן פון ר’ שמעון, די אוחה”ק, און די בעלזער רב ז”ל קומען אויס יעדעס יאהר אויף די זעלבע טאג אין די וואך. די יאהר איז עס אויף דאנערשטאג.

דיין נאמען, דיין משפחה, דיין קוויטל, קען אויך דארט זיין.

זייטס אייך מקשר צום הייליגן צדיק וואס האט געברענגט אמונה, האפענונג, און קדושה פאר די גאנצע דור נאכ’ן קריג.

אונז האבן א זכי’ צו זיין אין די תקופה וואס די הייליגע בעלזער רב ז”ל האט געלעבט און געפיהרט כלל ישראל. אונז האבן נישט קיין שום באגריף אין די קדושה און מדריגות פון די הייליגע בעלזער רב ז”ל. ווי באקאנט האבן אלע צדיקים אין זיין תקופה איהם אנגעריפן “מלאך אלקים”. אין די זעלבע צייט האט ער זיך אראפגעלאזט צו יעדע איד און נאר געזעהן גיטס אין יעדע איד

זיין צדקות און פרישות, שעות ארוכות פון לערנען און דביקות, קען אוזער מוחות נישט פארשטיין. אויף די זעלבע צייט, איז באשריבן הונדערטער מעשיות ווי די בעלזער רב ז”ל האט געענטפערט פאר מענטשן שאלות און עצות מיט געוואלדיגע פקחות און פארשטאנד

אפילו עס איז שוין פאריבער איבער 60 יאהר פון די פטירה, שעפן צענדליגע טויזענטער אידען חיזוק און חיות פון די הייליגע צדיק. אן א שיעור אידען זעהן אפענע ישועות ביים ציון און ביים מחזיק זיין די צדיק’ס הייליגע מוסדות. די רב ז”ל האט געזאגט “דער וואס גיבט פאר די ישיבה איז גלייך ווי ער גיבט פאר מיר” אזוי אויך האט ער געזאגט “ב”ה איך בין פאר קיינעם נישט שילדיג געבליבן”. דורך מחזיק זיין זיינע מוסדות, ווי עס לערנען איבער 13,000 תלמידים זענט איהר זיך מקשר מיטן הייליגן צדיק און איהר זאלט פויעל’ן אלעס גיטס

ר’ יהושע יעקאבאוויטש שיחי’, אן עלטערע איד אין בארא פארק, דערציילט אז ווען ער און זיינע חברים זענען אנגעקומען קיין אוישוויץ, חוץ פון זיין אין גיא צלמות, זענען זיי אויך געווען צובראכן און צוקלאפט בנפש. זיי זענען געווען אין א טיפע דיפרעסיע און נישט געהאט קיין שום ווילן און האפענונג איבערצולעבן ר”ל

איין טאג ווען זיי האבן זיך ארויסגעשלפט גאר פרי צום אפעל פלאץ צו ווערן געציילט, קומט צו א איד צו איהם אין איילעניש און זאגט איהם, האסט געהערט? די (בעלזער) רב האט דערגרייכט ארץ ישראל

פון ווי די אידען האבן דאס אויסגעפוהן איז אליינס א פלא. ר’ יהושע דערציילט אז ער איז געווארן אן אנדערע מענטש נאך’ן דאס הערן. “אויב די רב איז אנגעקומען קיין ארץ ישראל, וועט כלל ישראל זיכער דערלעבן, און אויב אזוי וויל איך אויך איבערלעבן!”, האט ער געטראכט ביי זיך. דאס האט איהם געגעבן אמונה און בטחון צו אנגיין אין די שווערסטע צייטן, און ער האט ב”ה איבערגלעבט די קריג און אויפגעשטעלט הערליכע דורות

די איבערלעבעניש פון די בעלזער רב ז”ל און זיין אויפבויען אידישקייט פון דאס ניי איז א נס מופלא וואס אונז אליינס בייוואונען. אין די היינטיגע דור. צדיקים האבן געזאגט אז פון הימל האט מען אראפגעשוקט אזא פלא’דיגע צדיק כדי אריינצובלאזן אמונה און בטחון אין די שווערע תקופות ביי אידען

די ישיבה וואס די בעלזער רב ז”ל האט אויפגעשטעלט איז ווי א קרענדל וואס האט זיך צווואקסן צו קע”ה איבער 13,000 תלמידים. די בעלזער רב ז”ל האט אויף אלעס משגיח געווען אין די ישיבה. ער האט פונקטליך געהייסן וויאזוי אנצופוהרן די לערנען, די עסן פון די בחורים, די שלאפן, א.א.וו. די ישיבה איז געווען זיין וויכטיגסטע פרויקט אין ארץ ישראל

דורך שטיצן די צדיק’ס מוסדות, זענט איהר זיך מקשר מיט’ן צדיק און איהר זענט ממשיך זיין עבודת הקודש

זאג פאר די אידען, אז דער וואס גיט געלט פאר מיין ישיבה, איז פונקט אזוי ווי ער גיט פאר מיר

“ב”ה יעך בין קיינמאל נישט שולדיג געבליבען”

Yehi Ratzon that the great Zechus of the Tzadik should be protection for us all and may you and your family enjoy rich and fulfilling lives with many years of success, prosperity, health, and much si’yata d’shmaya.

Learn More about the Holy life of Reb Aharon of Belz

Click Here